כ"ק אדמו"ר הריי"ץ - שמח"ת תרפ"ה אות ה'
באַ יונגע לייט הויבט זיך אָן צו פאַרגעסן די יסודות עצמיים פון חסידות, ביז מען טראָגט אַראָפּ חסידות שלא במקומו, כמו אַז מען שטייט אפילו אין אַ אהבה קען פון דעם ווערן אַ צי צו זאַכן פון לעו"ז. וואָרום אהבה איז דאָך אַ התרגשות הלב, קומט דער נה"ב און רעדט עם איין: אַזוי ווי דו שטייסט אין אַ צוקאָך, איז אפשר וועסטו זיין שייך צו דעם ענין אויך, דאָס איז דאָך אויך אַ גוטע זאך.
מה יגידו האורחות?
כמו"כ אומר לו, אַז דו וועסט טאָן די זאַך וועסטו דאָך האָבן אַ שייכות צום עולם, און פאַר דיר איז דאָך זייער גלייך אַז דו זאָלסט האָבן אַ שייכות צום עולם, דו ביסט דאָך אַ חסידישער יונגערמאַן, וועסט דאָך קענען צוציען, וואָס תכלית הכוונה איז דאָך צוציען. וואָס כך דרכו של הנה"ב היום אומר לו כך כו', וואָס פריער ווערט ער אַזוי ווי ער ואח"כ וכו'.
וכמו"כ בש"ק שיש לו שהות להתפלל באריכות, אומר לו (הנה"ב): אם תתפלל באריכות ובבית יש לאשתו חברתות, און וועלן זאָגן אַז דער מאַן איז אַ בטלן, איז וועט ער בעסער פריער אָפּ דאַוונען און וועט קומען אַ היים און זיי מסביר זיין צוציען, און בפרט אַז ער איז דאָך אַ יודע ספר וועט ער זיי מסביר זיין פרשת השבוע.
דוגמא אישית
אבל האמת אינו כן, ער דאַרף דאַוונען און דאַוונען און דאַוונען, ומה יהי' עם ב"ב, השי"ת יתן שבני ביתו זאָלן זיין ווי עס דאַרף צו זיין. בני חייא ומזונא רויחא, איז דער פי' בני חייא לעבעדיקע קינדער, קינדער מיט אַ חיות. נאָר ווען האָבן די קינדער אַ חיות, אַז דער טאַטע איז ווי עס דאַרף צו זיין. וכמאמר עושה צדקה בכל עת זה הזן בניו ובנותיו כו', וכמארז"ל לעולם יאכל אדם כו' פחות ממה שיש לו ויכבד לאשתו ובניו יותר ממה שיש לו (יותר מלפי היכולת), שאין הפירוש בגשמיות, שיאכל לחם לבן או שחור — זהו תלוי לפי ישועת השי"ת, והשי"ת יתן לכאו"א שיהי' לו מזוני רויחא — אלא הפירוש הוא שקאי על ההמשכה הרוחני', אם יעשה כפי יכלתו, שידריכם כפי כחו, אזי יסייעהו השי"ת ליתן חיות לבני ביתו יותר מכפי יכלתו.
וכמו"כ יש הרבה הסתות של הנה"ב בכל הענינים של זלעו"ז.
נשמות התועות
וגם, כמבואר במכ' אאמו"ר בארוכה — והוא מאמר שלא נאמר ומחזיק לערך 5040 בויגן ווי דער בשעה שהקדימו אָן הגהות — ומבאר שם איך שכל פרטי הלא טוב דהנה"ב ישנם גם בנה"א. וואָס אַלע מאָל רעדט מען אין חסידות די מדרי' פון נה"א און ווי דאָס איז אין לעו"ז, און דאָרטן רעדט דער טאַטע אַלע פרטי הלא טוב פון נה"ב ווי זיי זיינען אין נה"א.
און ער רעדט דאָרטן דעם ענין "למען ספות הרוה את הצמאה", וואָס אַלע מאָל גייט דאָך "צמאה" אויף'ן נה"ב, זאָגט ער דאָרטן אַז כמו"כ אין נה"א איז אויך פאַראַן דער ענין פון "צמאה", און ער זאָגט דאָרטן בדרך צחות הלשון:
אָט אַזוי ווי איינער וואָס איז הונגעריק חאַפּט ער דאָך וואָס עס מאַכט זיך, צי דאָס איז אַ דבר המחי' או לא, אַזוי אין נה"א בעת ער איז הונגעריק חאַפּט ער בירורים וואָס עס מאַכט זיך, הגם זיי האָבן גאָר קיין שייכות ניט צו עם.
אויסקריינקען און אויסווייטיקן
והכל הוא וויילע עס פאַרגעסט זיך די יסודות עצמיים פון חסידות, עד שיש לו שייכות לדבר שקר ורכילות וגם לה"ר ואין לו שום מדת חסידות, ביז אַז חסידות וויל גאָר באַ עם ניט זיין, נאָר וואָס זאָל מען טאָן אַז יענער האָט אַ מויל [נ"א א צונג] און קאַלאַקאָצקעט, און עס זיצן צוואַנציק מענטשן און הערן, אָבער באמת האָט ער קיין שייכות ניט צו דעם.
נאָר וואָס דען — זאָל מען ניט חזר'ן קיין חסידות? ניין, מען דאַרף יע חזר'ן, נאָר מען דאַרף פריער אויסקריינקען און אויסווייטיקן ימים ולילות.