כניסה

אמרה: בשבילי נברא העולם - העלם

כ"ק אדמו"ר הריי"ץ - שמחת תורה תרפ"ה

בשעת אַ בעל עסק פאָרט אויפן טראמוואי און דאַרף פאַרקויפן 20 אָדער 30 זעקלעך מעל ויש נתינת מקום על 60, וואָס 60 איז ניט 30, 60 איז גאָר באופן אחר, אין דעם איז פאַראַן אַ פינפטל, וואָס דעמולט וועט זיין אַזוי און אַזוי — וואָס דאָס איז אים נוגע אין גאַנצן, און עס איז דאָך די צייט פון מנחה. וואָס אין סדר השתלשלות איז דאָך הוקצב גע­וואָרן אַז דאָ אויף פּיעטערבורגסקע גאַס דאַרף ער אָפּזאָגן צען ווערטער, אָדער עס דאַרף זיך עם מאַכן אַ העלם און ער דאַרף דאָס ברעכן, וואָרום "כאו"א חייב לומר בשבילי נברא העולם" אַז דער העלם איז נברא געוואָרן צוליב עם, ער זאָל אים מברר זיין.