כ"ק אדמו"ר הריי"ץ / שמחת תורה תרפ"ה / ההדגשות אינם במקום
קיין אידן טאָר מען ניט מדחה זיין, יעדער תנועה פון אַ אידן קען זיך ניט געפינען איינער און מדחה זיין, וואָרום עס איז דאָך "יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא", כי מה שאנו קוראים "חיי העולם הבא" הוא השגה שכלית כל אחד כפי מה שמצייר בשכלו, איז אפילו דער מצייר היותר גדול, מה שמצייר בנפשו האורות והגילוים שלמעלה, מ"מ "יפה שעה אחת כו'", וואָס "שעה אחת" איז דער פירוש "איין קער", בשעתא חדא וברגעא חדא, ביז וואַנען אַז "במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד".
אויף ר' הלל'ן דערציילט מען אַז ער האָט ניט האָלט געהאַט בעלי תשובה, וואָרום ניט גוט איז ער געוויס געווען (איך וויל ניט זאָגן אַ בעל עבירה), און צי ער האָט תשובה געטאָן מיט אַן אמת ווייס איך ניט.
נאָר רביים זאָגן ניט אַזוי, רביים זאָגן ווי עפ"י תורה איז, און עפ"י תורה איז דאָך "במקום שבעלי תשובה עומדים כו'", וואָס אַ צדיק איז דאָך ניט שייך צו אַ חטא ועון, וואָרום חטא איז דאָך דער פי' חסרון, כמאמר "והייתי אני ובני שלמה חטאים — חסרים".
ער גייט מיט אַ סדר: בעת ער שטייט אויף פון שלאָף הוא נוטל את ידיו ואומר "מודה אני", און איז מקבל עול מלכות שמים מיט אַ קבלה גמורה, וואָרום אַז מען שלאָפט ווי אַ איד, שטייט מען אויף ווי אַ איד. אויך ווייס ער אַז "עיר פרא אדם יולד", אַז מצד הגוף איז ער שייכות צו אַלע זאַכן במילא לייגט ער אויף זיך אַ הגדרה כללית, אַז אַלע ענינים וואָס זיינען שייכות צום גוף זאָלן זיך ניט טאָן אָן אַ רשיון. איז במילא מובן אַז ער איז ניט שייך צו לשון הרע, רכילות, שקר וליצנות.
און דערנאָך הויבט זיך אָן קודם התפלה און תפלה. לאחר התפלה בייסט ער עפּעס איבער, אשר גם האכילה היא באופן אחר, און דערנאָך גייט ער אַוועק לעסקיו.
וואָרום אַ בעל עסק קען דאָך אויך זיין אַ צדיק, כי כאו"א צריך לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק ויעקב, וואָס אויך אַ בעל עסק דאַרף דאָס זאָגן, וואָרום וואָס איז געווען אברהם יצחק ויעקב — זיי זיינען דאָך אויך געווען אַ נשמה המלובשת בגוף, נאָר זיי זיינען געווען אַ מרכבה לאלקות.
און אַזוי קען זיין יעדערער לפי מדריגתו: אַז ער שטייט אין מאַרק און האַנדלט מיט מעל אָדער מיט זעקלעך, און קוקט ניט אויף די "מאַרקיקע" זאַכן (דברים החיצונים), און דאָרטן ווייס ער אַז "הוא הנותן לך כח לעשות חיל" — איז ער אַ מרכבה לאלקות.
דערנאָך הויבט זיך אָן מנחה, וואָס מנחה איז דאָך זייער טייער, בפרט מנחה באַ אַ בעל עסק, וואָס דאָס איז דאָך באמצע העבודה, איז דאָך עם זייער שווער צו אָפּרייסן זיך, וואָס דאָס קען מען פאַרשטיין פון אַ יושב אוהל: בשעת אַ יושב אוהל זיצט און לערנט אַ ענין און עס איז זייער געשמאַק, ובפרט אַז ער לערנט בעיון און ער איז נאָך מחדש חידושים, וואָרום "חלקי הוי' אמרה נפשי" שיש בזה מה שנותנים לו מלמעלה — כי הוא ית' רחום וחנון — און ער לערנט מיט אַ געשמאַק, בעריבות נעימות ומתיקות. איז בשעת עס קומט די צייט צו דאַוונען מנחה, און ער זעט אַז דער זייגער איז האַלב 5, און 45 אויף 5 (אָדער 55) איז די שקיעה, און מנחה דאַרף מען דאָך דאַוונען אין צייט דאָס איז דאָך עפ"י שולחן ערוך, און שולחן ערוך איז דאָך ניט "ערוך השולחן" — מען קען דאָך ניט איבערדרייען, האַלב 5 איז ניט האַלב 6 — איז דאָך (פאַר דעם יושב אוהל) זייער שווער זיך צו אָפּרייסן.
איז פון אַ יושב אוהל קען מען פאַרשטיין ווי דאָס איז באַ אַ בעל עסק: בשעת אַ בעל עסק פאָרט אויפן טראמוואי און דאַרף פאַרקויפן 20 אָדער 30 זעקלעך מעל ויש נתינת מקום על 60, וואָס 60 איז ניט 30, 60 איז גאָר באופן אחר, אין דעם איז פאַראַן אַ פינפטל, וואָס דעמולט וועט זיין אַזוי און אַזוי — וואָס דאָס איז אים נוגע אין גאַנצן, און עס איז דאָך די צייט פון מנחה. וואָס אין סדר השתלשלות איז דאָך הוקצב געוואָרן אַז דאָ אויף פּיעטערבורגסקע גאַס דאַרף ער אָפּזאָגן צען ווערטער, אָדער עס דאַרף זיך עם מאַכן אַ העלם און ער דאַרף דאָס ברעכן, וואָרום "כאו"א חייב לומר בשבילי נברא העולם" אַז דער העלם איז נברא געוואָרן צוליב עם, ער זאָל אים מברר זיין. אויך, דאָ דאַרף ער "עוצם" זיין "עיניו מראות ברע", און דאָס דאַרף זיין אָן בליטות, וואָס דאָס איז עם נוגע אין גאַנצן.
נאָכדעם בין מנחה למעריב דאַרף מען דאָך לערנען איזה ענין, דערנאָך דאַוונען מעריב, און נאָך מעריב דאַרף מען עפּעס לערנען. נאָכדעם הויבט זיך אָן קריאת שמע שעל המטה, און ער מאַכט אַ חשבון הנפש און דאָס איז אדעתי' דנפשי', ער נעמט זיך באַרעכענען — באמיתית אָן אהבת עצמו — וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַז הגם ער האָט זיך געפירט גוט, זעט ער דאָך, אַז נעכטן האָט ער ניט געהאָרעוועט און ניט געלאָפן, און דאָס וואָס ער האָט געדאַרפט איז אָנגעקומען לידו. און היינט איז ער אַרום געלאָפן און געהאָרעוועט (וואָס אַזוי איז דאָך דער סדר אין עסק אַז עס קען זיין אַז מען זאָל פאַרדינען מיט איין מאָל אויף אַ גאַנצע וואָך),
וואָס אַזוי איז אויך ביי יושבי אוהל, ער האָרעוועט אויף אַ ענין כמה שעות ביז ער פאַרשטייט אים, ולסוף אַז ער גיט אַ קוק אינעווייניק חאַפּט ער זיך אַז עס איז גאָר ניט אמת.
דערנאָך הויבט זיך אָן תיקון חצות, תרומת הדשן — אַזוי איז דער סדר פון אַ צדיק.
ולבסוף, איז "יפה שעה אחת" — די גאַנצע צייט איז ער געלעגן גאָר אין אַנדערע זאכן (איך מיין ניט בעלי עבירה, נאָר גלאַט אין אַנדערע ענינים, אפילו ענינים המותרים) — און ב"שעה אחת" מיט "איין קער" — וואָס אינווייניק קערט זיך באַ אים איבער מן הקצה אל הקצה — איז ער העכער פון אַ צדיק.
וואָס לכאורה יפלא הדבר מאד: דער צדיק האָט אַזויפיל געהאָרעוועט בעבודה גדולה ויגיעה עצומה, און דער איז "יציבא בארעא וגיורא בשמי שמיא", ער האָט געגעסן פּופּקעס און איז געלעגן אין כ'ווייס וואָס, און מיט איין "קער" אויף ווערן אַנדערש איז ער העכער פון אַ צדיק.
נאָר ווייל אַ תנועה פון אַ אידן איז זייער טייער, מען טאָר ניט מדחה זיין, מ'דאַרף אים מקרב זיין, נאָר מען דאַרף אים רייסן דעם לונג און לעבער. ער מוז האָבן מדות חסידות, און ניט אַראָפּטראָגן חסידות שלא במקומו [נ"א אין קלייך ווערטלאך].
קשרים
- במקום שבעלי תשובה עומדים
- תניא פרק ז - ולזאת צמאה נפשו ביתר עז מצמאון נפשות הצדיקים כמאמרם ז"ל במקום שבעלי תשובה עומדים
- מרכבה לאלוקות
- תניא פרק כג - כן גם אברי גוף האדם המקיימים המצוה שכח ובחי' המעשה של נפש האלהית מלובש בהם בשעת מעשה וקיום המצוה הם נעשו מרכבה ממש לרצון העליון כגון היד המחלקת צדקה לעניים או עושה מצוה אחרת.
- תניא פרק מו - שהאבות היו בחי' מרכבה לו ית' ובטלים ונכללים באורו. וככה הוא בכל נפש מישראל בשעת עסק התורה והמצות ולכן חייבו רז"ל לקום ולעמוד מפני כל עוסק במצוה אף אם הוא בור ועם הארץ והיינו מפני ה' השוכן ומתלבש בנפשו בשעה זו.