כניסה

דברי כיבושין: סדר יום בעייתי (אדמו"ר הריי"ץ)

כ"ק אדמו"ר הריי"ץ / שמחת תורה תרפ"ה

יתבררו ויתלבנו הדברים.

נו, מיר וועלן זיך דער­ריידן צו אַ טאָלק, ווי איז דאָס רעכט אַז אַ יונגער­מאַן זאָל אויף שטיין נייען אַזייגער, און צען אַזייגער איז ער שוין אַ בעל עסק, ער לייגט זיך שלאָפן ניט געלערנטער­הייט, ער לייענט אָפּ ק"ש אגב אורחא [נ"א איז איך שיהיה] ביז המפיל, און ליגט שוין מיט'ן פּופּיק, און איז אַ מדבר שקר, לה"ר, רכילות, גלייך ווערטלעך, און איז מבטל דעם אַנדערן, און זאָגט אַז ער איז אַ חסיד.

מיט וואָס קען דער גלייך ווערטל נטהר ווערן, צי מיט דעם וואָס אַ חסיד זאָגט אים?! ער איז זיך מתנהג היפך השו"ע און זאָגט אַז דאָס איז מדת חסידות! וואָס באמת רירט חסידות ניט אָן אפילו אַ סעיף קטן פון שו"ע, און ער טוט אָן מדת חסידות היפך השו"ע.

מילא השגה פאַרשטייט ער ניט אָבער ער דאַרף דאָך ניט טאָן היפך השו"ע, היפך פון מדת חסידות. מיט וואָס פאַר אַ העזה רופט ער זיך אָן אַ חסיד, מיט וואָס פאַר אַ חציפות טראָגט ער אַוועק חסידות שלא במקומו, ער רעדט אין מיטן דאַוונען, וואָס דער רבי זאָגט אין תניא שאסור לדבר בעת התפלה, ער זאָגט דאָס עפ"י השו"ע. און  ער דער חצוף (איך מיין ניט חצוף וואָס די גמרא רופט אָן) זאָגט ער אַז ער מעג יאָ ריידן, ער מעג ניט הערן קיין קריאת התורה, ניט ענטפערן איהש"ר, ער איז דאָך אַ חסידישער יונגערמאַן.

די משכילים פאַרלאָזן זיך אויף די עובדים און די עובדים אויף די משכילים, און לסוף איז ניט קיין עובדים און ניט קיין משכילים.

מילא מיר, אין די מיטעלע יאָרן, ווערט מען אַמאָל נתעורר בתשובה (מ'מיינט ניט די מדריגה צדיק נאָר בתשובה) — ווערט מען דאָך יע נתעורר, אַז עס ווערט ניט גוט פון זיך, ביז אַז עס איז ניט ניחא דער לעבן. נאָר, מען טאָר דאָך ניט בעטן אויף זיך קיין וכו'.

אָבער די צעירים — אַז מען שטייט אויף נייען אַזייגער און דערנאָך אַ גאַנצן טאָג רעדט מען לה"ר רכילות שקר לצנות, מ'לייגט זיך שלאָפן ניט געלערנטערהייט. נאָר ער האָט אַ טענה אַז ער איז אַ אָנגעהאָרעוועטער. דאָס איז זונטיק. וואָלט מאָנטיק זיין אַנדערש, ניין. מאָנטיק איז אַזוי ווי זונטיק. און אַזוי איז אויך דינסטיק, דינסטיק איז אַזוי ווי מאָנטיק, און מאָנטיק אַזוי ווי דינסטיק. און אַז עס קומט שבת קודש עפענט ער אַ ספר חסידות און דאָס איז באַ אים אַזוי ווי אַ תכשיט, אַזוי ווי אַ שיינער תכשיט וואָס ער טוט אים אָן, אַזוי איז גאָר באַ אים חסידות אַ שיינער תכשיט, וואָס עס קען זיין אַז דאָס איז נזם זהב באף חזיר, וואָס די חסידות וויל אים ניט ליידן, נאָר וואָס קען זי העלפן.

•••

מען איז ניט אויסן צו ריידן אין כלל וואָרום אַז מ'רעט אין כלל איז פאַראַן צוויי חסרונות, ערשטנס מיינט מען אַז מ'מיינט דאָס ניט עם. צווייטנס, מיינט מען אַז מען מיינט דעם זולת. און אין פרט איז שווער צו ריידן, נאָר מען דאַרף זיך דאָך דער­ריידן צו אַ טאָלק, מיר דאַרפן אַ ענין ניט פאַרוואָלקענען אין ניט פאַר'כשר'ן, מאַכן עם ריין, מען דאַרף זיך דער­ריידן צו די אמת'דיקייט פון דער זאַך, צו די טהרת הענין.

מיט וואָס הייסט מען חסידים? צי מיט דעם וואָס ער שטייט אויף 9 אַזייגער און גייט אין וואַסער און שטעלט זיך דאַוונען האַלב עלף און דאַוונט ביז האַלב דריי, מיט דעם איז ער אַ חסיד? ער דאַרף אויפשטיין אין דער צייט, ניט שפעטער פון זיבן, און דאַוונען אין דער צייט, און ניט לייגן זיך שלאָפן ניט אָפּגעלערנטערהייט אַן ענין. און אויב ניט מיט וואָס הייסט מען חסידים? צי מיט דעם וואָס מ'טוט אַ טובה אַ אידן,

מיט אַ ביסל משקה און מיט אַ טאַנץ איז ער אַ חסיד? די טובה איז אַ טובה, די ביסל משקה איז אַ זאַך און דער טאַנץ איז אַ זאַך, און ער איז אַ גאָרנישט. ער טראָגט אַ זופּיצע מיט אַ גאַרטל, און וואָס טוט זיך אונטן ווייס קיינער ניט.

מ'קאָן ניט ריידן וועגן פרטים, וואָרום אפילו אַ חטא מפורסם שטייט אין שו"ע אַז אסור להתוודות ברבים, אָבער מען דאַרף דאָך ריידן די אמת'קייט פון דער זאַך, מ'דאַרף דאָך זיך ניט נאָרן, מ'נארט דאָך קיינעם ניט, כמו שאמר אדמו"ר האמצעי: אַז מען נאַרט קיינעם ניט, דעם אויבערשטן נאַרט מען דאָך אודאי ניט, און דעם צווייטן נאַרט מען אויך ניט (וואָרום דער אַנדערער ווייס אויך), וועמען דען­זע — זיך אַליין, אַ קונץ אַ נאַר אויס נאַרן. מען דאַרף דאָך אַ ענין ניט פאַר וואָלקענען און ניט פאר'כשר'ן, מיט וואָס פאַר אַ העזה רופט מען זיך אָן חסידים, אַז ער מיט זיינע מדות איז גאָר מבזה חסידים.

לה"ר רכילות שקרנים, נאָר ער האָט אַ ראי' אַז ער איז אַ חסיד, וואָרום צו שטופּן זיך איז ער דאָך דער ערשטער, ווער בעט דיר שטופּן זיך? ווער דאַרף דיר דאָ האָבן? די אַרומיקע קענען דאָך מיינען אַז דאָס איז אַ כת שקרנים אַז מען גייט און מען דרוקט ליגנס. נאָר דאָס דאַרף דאָך ניט זיין קיין מניעה צו ריידן וועגן דעם עיקר הענין.

אַרויס טרייבן קען מען זיי דאָך ניט, מדחה זיין אַ אידן טאָר מען ניט, עס איז דאָך אַ אידישע שטוב, ווער עס וויל קען אַריינגיין. נאָר דאָס דאַרף אונז ניט זיין קיין מניעה צו ריידן וועגן דעם ענין, נאָר צו ריידן די זאַך באשר הוא קען מען ניט, נאָר מען דאַרף אָבער די זאַך ניט פאַרוואָלקענען, מען דאַרף קוקן אויף דעם אמיתית הענין.

מיט וואָס זייט איר חסידים, ניט געדאַוונט ניט געלערנט, מער ניט אַז עס ווערט ניט גוט קומט מען צו גיין שרייען אַי אַי אַי, וואָס פאַר אַ שייכות האָסטו צו מיר. מען קען אים העלפן מיט אַ קאַפּיטל תהלים, מיט אַ קרעכץ, גלאַט מיט דעם וואָס די האַרץ איז טוט וויי, זאָל אים דער אויבערשטער העלפן עם זאָל זיין גוט און די האַרץ זאָל זיין געזונט.