כניסה

תביא לפחות את החוטים

כ"ק אדמו"ר הריי"ץ / שמחת תורה תרפ"ה

דער זיידע פלעגט זאָגן אַ משל, אַז איינער קומט קויפן סחורה — מעל, זאַלץ אָדער צוקער, איז סחורה גיט מען אויף באָרג אָן געלט, אויך כלים באָרגט מען, נאָר שטריקלעך דאַרף מען האָבן אייגענע. אַז אַ קאָמיסינער קומט קויפן סחורה, גיט מען אַלץ אויף באָרג, נאָר אויב ער איז אַזוי פיל אָרעם, אַז קיין שטריקלעך האָט ער אויך ניט, איז דאָס גיט מען ניט, ביסט קיין קונה ניט.

הנמשל

הדברים המינימלים - יונגעלייט, באַ אייך הויבט זיך אָן ווערן שלייף די שטריקלעך דער "חבל נחלתו", וואָס מען איז דאָך עתיד ליתן דין וחשבון, וואָס דער "סוּד" (משפט) איז דאָך אַ אַנדערער, וואָרום ער איז דאָך אַ סאָלדאַט, און אויף אַ סאָלדאַט איז אַ "וואָיענער סוּד" (משפט צבאי), עס איז דאך אַ מרידה אין כללית... ער טראָגט אַוועק חסידות שלא במקומו, ווער האָט אים געגעבן רשות, דאָס איז ניט אַ מרידה אין חוקי המדינה, נאָר דאָס איז אַ מרידה אין כללית. איז דער וואָס וויל האָבן אַ שייכות דאַרף זיין דער ענין פון ושב ורפא כו', איז אויף דעם עבר וועט מען אים שיינקען, וואָס באמת איז סוף כל סוף וועלן זיך אַלע אומקערן, כי לא ידח ממנו נדח, נאָר דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז ס'זאָל זיין בחסד וברחמים. (ספר השיחות שם)

קשרים