כ"ק אדמו"ר / יום רביעי, פ' בשלח יו"ד שבט ה'תשי"א
איצטער הערט זיך איין אידן!
בכלל די נשיאים פלעגן מאנען אז חסידים זאלן אליין טאן, ניט פארלאזען זיך אויפן רבי׳ן.
עאכו״כ ווען ס׳האנדלט זיך מערניט ווי וועגן א רבי׳נס אן איידעם - זאלט איר זיך ניט לייגען קיין פייגעלעך אין בוזעם, און איר מיינט אז איר לייגט אויף מיר אריבער זיינט איר אלע פריי, און קאנט זיך טאן וואס איר ווילט.
איך מיין ניט וואס איר ווילט – ח"ו דברים וואס אינם מותרים, נאר וואס דען - מאכען זיך א ״גוט טיים״, מיט א רואיקען לעבן. און איר האט זיך אויסגעקליבן איינעם, וואס ער וועט הארעווען און ער וועט אפטאן אלע ענינים, און יעדערער וועט זיך אוועקגיין ״תחת גפנו ותחת תאנתו״, און זיך טאן וואס איר ווילט.
זאלט איר זיך ניט לייגען קיין פייגעלעך אין בוזעם! קיינער נעמט פון אייך ניט אראפ די אלע שליחות׳ן וואס דער רבי האט אייך געגעבן, און קיינער וועט אייך ניט פארשפארן קיין ארבעט.
מ׳קאן ארבעטען מיט אייך צוזאמען, טאמער קאן מען אייך מיט עפעס העלפן – וועט דאס קיינער ניט זשאלעווען, מ׳וועט אייך העלפן.
אבער אט די שליחות'ן וואט דער רבי האט געגעבן יעדערן פון אונז, דארף ער אין פועל ממש, אליין מקיים זיין, מיט זיינע רמ״ח אברים און מיט זיינע שס״ה גידים פון גוף, און מיט זיינע רמ״ח אברים ושס״ה גידים פון דער נשמה.
און ס׳איז ניטא אויף וועמען צו פארלאזן זיך, ווארום דאס איז א ענין וואס ״הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים״, דארף מען פשוט אליין הארעווען און אליין טאן.
און דא וועט ניט העלפען וואס מ׳וועט געבען כתבים, און מ׳וועט רעדען, און מ׳וועט זינגען, און מ׳וועט זאגן לחיים - דאס קען קיינע ענינים ניט משנה זיין, דאס דארפט איר אליין מהפך זיין דעם שטות דלעו״ז, און דעם קאך פון נה״ב, און מאכען דערפון שטות דקדושה.