לקו"ש חלק כא עמ' 388 - אג"ק חכ"ב עמ' שפז למר אורי צבי בונין, רעננה.
מאשר הנני קבלת מכתבו מנר השני דחנוכה, בו כותב אודות החיים בסביבתו עתה, הקישוים מיוחדים שבהם וכו',
ולפלא, שכנראה אינו מכיר כלל בכל נקודות הטובות אשר בהם.
ובפרט מובן ע"פ פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר הידוע, אשר כאשר יקוים היעוד דביאת משיח צדקנו, וועט מען זיך כאפען פארן קאפ (ישים ידיו על ראשו ברגש צער גדול וחרטה) על הימים והתקופה הכי טובה שבסוף זמן הגלות, שהיו יכולים לפעול בתורה ומצות בהתגברות על כל העלמות וההסתרים דאז, שאז העבודה נעימה יותר וחביבה יותר, הן לעובד, והן לזה שציוה על העבודה, בורא עולם ומנהיגו, משא"כ כשרוח הטומאה יעבוד מן הארץ ואין מנגדים וכו'.
והלימוד מזה לענינו - הרי פשוט הוא.
איפה נמצא הזמדנות כזו לאחרי הגאולה?
ממוזער|מכתב לעולים לנחלת הר חב"ד. (אג"ק חכ"ז עמ' קכא)
אגרות קודש חכ"ז עמ' קכא
ואשר חלקם של כל אלה הממשיכים בעבודה קדושה זו, וכדיוע שיחת קודש מכ"ק אדמו"ר אשר עוד מעט ויבוא קץ גלותנו בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקינו, און מ'וועט זיך כאַפן פארן קאפ ס'אַ טייערע צייט ס'איז געווען ערשט - אָ וואס מ'האט געקענט אויפטאן אין אידישקייט און תורה ומצוות וכו', וואס וואו קען מען האבן אזא געלעגנהייט לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה, ועל דרך זה בנוגע דידן.
קשרים
- עיין בשיחת ש"פ משפטים תשי"א שיש ב' קצוות בעניין החשיבה על הגאולה: א) כאשר יורגש שהכוונה היא בשביל ש"בשביעית יצא לחפשי חנם", העילוי והשלימות דלעתיד לבוא, עי"ז נעשית העבודה בזמן הגלות בנקל, ובאופן נעלה יותר, מתוך תענוג. ב) כשיודעים שנמצאים עתה בסוף זמן הגלות צריכים לחטוף ולהוסיף ביתר שאת וביתר עוז בכל עניני העבודה דזמן הגלות, וכמודגש בפתגם זה.
השיחה המקורית
ימים האחרונים דחג הסוכות תש"ב
עס וועט קומען א צייט בקרוב אין א פאָר יאָר אַרום אז מען וועט רייסן די האָר פון קאָפ, מען וועט זיך כאַפן וואָס מען האָט אנגעוואָרן די גלות יארן. הגם היינט קרעכצעט מען אויף דעם גלות המר, אבער דאן וועט מען זיך רייסן די האָר פון קאָפ וואס מען האט אנגעווארן די געשמאקע צייט.
לקוטי דיבורים ח"א עמ' 265-6
ערב יוהכ"פ בסעודת הבקר פלעגט דער טאטע יעדען מאל ריידען א ענין אין חסידות און עבודה, רובא דרובא פלעגט זיין דער תוכן הענין ווי עם וועט זיין די עבודה פון ערב יוהכ"פ בביאת המשיח בב"א.
איינמאל איז געווען או רייד אז משיח וועט קומען וועט זיין למטה אין עשי' שבעשי' ד.ה. [דאס הייסט] אין עולם הזה הגשמי דער גילוי אור אלקי אלקות בגלוי ווי איצטער אין עולם האצילות.
- דאס וואס איך זאג אז עס וועט זיין ווי איצטער אין עולם האצילות איז דאס ניט בדיוק, ווייל עס וועט זיין אסך העכער ווי איצטער עולם האצי', נאר ביי אונז איצטער איז עולם האצי' די העכסטע מדרגה פין עולמות, הגם עס זיינען פאראן עולמות האין סוף שלמעלה מאצילות נאר דאס איז העכער פון אונזער השגה, און דער טאטע האט פארנאדערגערעדט בקצרה דעם הפרש פון עשר ספירות דאצילות און ספירות דאדם קדמון.
ביי חסידים ווען מען זאגט עולם האצילות ווייסט מען אז דאס איז דער עולם האחדות, דער עולם וואו איהו וחיוהי חד און איהו וגרמוהי חד, ע"ס דאצילות זיינען אורות וכלים, וואס די כלים דאצילות זיינען אלקות ממש. ווארום ראשית התחלת המציאות איז עולם הבריאה, וואס אלע וועלכע לערנען חסידות ווייסען וואס מען מיינט ראשית התחלת המציאות, אז דאס איז ניט כלל דער ענין פון מציאות דאס איז ניט מער ווי היולי, אלע ווייסען דעם פירוש הרמב"ן אויף דעם פסוק בראשית ווי ער טייטשט אפ דעם ווארט ברא.
אבער איז אצילות זיינען כלים דאצילות אויך אלקות ממש. אין דעם האט דער טאטע פאנאדערגערעדט אז עולם הבריאה וואס דאס איז דער עולם הכסא און עס איז בכלל עלמא דאתכסיא, וואס דער חיות הנבראים אט דאס איז זייער מציאות, ווי דער משל הידוע פון ברואים שבים, דאס איז דאך אלץ אז די מציאות איז אלקות, אבער כלים דאצילות איז אז אלקות איז דער מציאות, און אויף דעם האט ער געגעבן א משל פון כלי השכל.
ווען משיח וועט קומען וועט זיין למטה בעוה"ז ווי דער אמת איז, דער מקום הגשמי וועט זיין אלקות ממש אן קיינע הלבשות פון לבוש הגשם, ווארום אין דעם גשם וועט זיך זעהען זיין אמת'ער פרצוף ווי דאס איז עצמות ממש.
און אזוי ווי דאס איו אין מקום אזוי וועט אויך זיין אין זמן, אז אין יעדען טאג וועט מאיר זיין דער גילוי אמיתי פון דעם טאג, יעמאלט וועט מאיר זיין דער ובתשעה לחודש אט אזוי ווי דער ווארט איז ארויס מפי הקב"ה, אט כשם ווי אין מקום וגוף וועט מען זעהען דעם דבר הוי' וועלכער איז מהוה ומחי' דעם מקום און גוף, איז אזוי אויך וועט מען זעהען דעם דבר הוי' וועלכער איז מהוה ומחי' דעם זמן.
ווען משיח וועט קומען בב"א יאמלט וועט דאך זיין דאס וואס עס שטייט ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר כי פי הוי' דבר, מען וועט זעהען דעם דבר הוי' אין מקום וזמן.
ווען משיח וועט קומען בב"א וועט דאך יעדער זיין א בעל שכל אמיתי אז דאס וואס מען וועט זעהען וועט מען פאשטיין און דער פארשטאנד וועט זיין פארשטאנען באמת מיט'ן אמת פון נשמה, וועט מען דערקענען דעם ובתשעה לחודש ווי ער איז בעצם מהותו.
יעמאלט1 ווען משיח וועט קומען בב"א וועס מען ערשט בענקען נאך די גלות טעג, יעמאלט וועט ערשט פארדריסען פאר וואס מען האט ניט געטאן אין עבודה, יעמאלט וועט מען ערשט דערהערן דעם גרויסען ווייטאג פון העדר עבודה, איצטער אין די ימי הגלות איו די ימי העבודה צו מכין זיין זיך צו ביאת המשיח בב"א.
Footnotes
-
קטע זה האחרון הועתק בהיום יום ג' מנחם אב: משיחת אאמו"ר: יעמאלט ווען משיח וועט קומען... כו'. ↩