דאס איז א פּאַסנדע הקדמה צו דעם פאלגענדן עפיזאד. איך ווייס נישט צי די דאזיקע מעשה, וועלכע איך האב אמאל געלייענט, איז אן אמת’ע. זי פארמאגט אפשר א פונק פון אמת. לאמיר זשע דערציילן די פאנטאסטישע מעשה, לכבוד דעם יום-טוב סוכות.
אין א קליין דערפל, נישט ווייט פון קארלין, האבן געוואוינט צוויי אידן, א חסיד מיט א מתנגד. דער מתנגד איז געווען א גרויסער גביר, ער האט אלץ פארמאגט. וואס א מענטש וויל נאר אין לעבן האט דער דאזיקער עשיר געהאט. קינדער, עשירות און געזונט. בלויז איין זאך האט אים געפעלט: גוטמוטיקייט. דער מתנגד איז נעבעך געווען א פארקוועטשטער און פארביטערטער מענטש, ער איז געווען שטרענג און הארט, קאלט און שרעקלעך-ערנסט, א שמייכל האט זיך קיינמאל נישט באוויזן אויף זיינע ליפן. ממש ווי א פאַרפראָרענען שטיקל אייז.
פרייטיק צו נאכטס ביים טיש, פלעגט ער זיצן, מיט זיין פרוי און קינדער, א ברוגז’ער און א פארצארנטער, ווי א פארשקלאפטער קנעכט. זיינע פלייצעס זענען געווען איינגעבויגן און זיינע אויגן זענען געווען טונקל מיט אבלות. זמירות האט ער חלילה נישט געזונגען ווייל עס איז נישט קיין “דין”, און אויב ס’איז נישט קיין דין, טוט מען עס נישט. “יקוב הדין את ההר”: די הימלען קענען זיך שפאלטן, אבער אין זיין הויז - האט ער געפסקנ’ט - וועט מען קיין ניגון נישט זינגען.
דעם אמת מוז מען זאגן, אז תשעה באב איז פאר אים געווען דער באקוועמסטער טאג אין יאר. שמחת תורה איז פאר אים געווען דער שווערסטער טאג אין יאר.
אט א די פינצטערניש אין פרצס “צווישן צוויי בערג” -- דאס איז געווען דער מתנגדישער איד!
קעגנאיבער דער גאס פון דעם גביר, האט געוואוינט א שכן, א קארלינער חסיד. ער איז געווען א ביטערער קבצן וועלכער האט נישט פארמאגט אפילו א פרוטה און האט כמעט נישט געהאט וואס צו עסן. אבער געווען איז ער א פריילעכער איד, פול מיט ווארמקייט און שמחה. אז ס’געקומען די נאכט פון שבת - אוי איז דער איד געווען פריילעך. פרייטיק צונאכטס איז ער אריין אין א הימלישן עקסטאז און התלהבות, די זמירות זענען געווען פייערדיק, זיין קליינע ארעמע הויז האט געשפרודלט מיט וואַרעמקייט און ליכטיקייט און איז יעדן שבת פארוואנדלט געווארן אין א קעניגליכן פאלאץ.
וואך איין וואך אויס האט זיך די זעלבע מעשה איבערגעחזרט: דער שבת’דיקער טיש ביי דעם מתנגד איז געווען א גיהינום; דער שבת’דיקער טיש ביי דעם חסיד איז געווען א גן-עדן.
דער מתנגד האט נישט געקענט ליידן וואס ער האט געזען. “ווי קומט עס”, פלעגט ער אלעמאל טראכטן ביי זיך, “וואס דער דאזיקער נישטיקער ארעמאן איז אזוי גוטמוטיק, און איך, וועלכער פארמאג אלץ וואס איך דארף אין לעבן, בין פול מיט רוגז און צארן”?! געמאטערט האט עס אים, אבער ווי-נישט-ווי האט ער עס איבערגעלעבט.
די ערגסטע טעג אינעם יאר פאר אים זענען געווען סוכות. סוכות זיצן דאך אלע אידן אינדרויסן, אין די סוכות. איז פון איין זייט גאס געזעצן דער מתנגד, פול מיט ביטערקייט און טרויעריקייט. ער איז געווען פארקוועטשט, זיין פרוי איז געווען ביטער, די קינדער זענען געווען פארכמורעט. קעגנאיבער דער גאס זיצט זיך דער חסיד מיט זיין משפחה, זיי זינגען, זיי טאנצן, זיי זענען אנגעפילט מיט פאטאס און פאזיטיווער ענערגיע.
די גזירה
אין א געוויסן סוכות האט שוין דער מתנגד נישט געקענט אויסהאלטן דעם צער, ער האט באשלאסן אז דאס איז דאס! ער מוז פטור ווערן פון דער דאזיקער “חסידישער אנשיקעניש”. זייענדיק דער גרעסטער גביר אין שטעטל, וועלכער האט מפרנס געווען כמעט אלע אידן אין שטאט, האָט ער באפוילן יעדן אידן אין שטעטל נישט צו שענקען דעם ארעמאן האלץ. “יעדער איינער וועלכער וועט געבן דעם חסיד האלץ צו בויען זיין סוכה”, האט דער גביר גוזר געווען, “וועט פארלירן זיין פרנסה”.
ווי פלעגט אונזער קבצנישער חסיד פון קארלין טאקע בויען זיין סוכה יעדן יאר? ער פלעגט נעמען פון משה’לען עטלעכע שטיקלעך ברעטלאך, פון חאצקל’ען נאך א פאר שטיקלעך האלץ, פון יענקל’ע עטלעכע שטיקלעך ברעטער, און אזוי האט ער אויפגעבויט זיין קליינע ארעמע סוכה’לע.
אבער יענעם יאר, נאך יום כיפור, ווען דער חסידישער קבצן איז געגאנגען פון הויז צו הויז, בעטנדיק זיינע פריינט און שכנים צו שענקן אים אביסל האלץ לכבוד סוכות, כדי ער זאל קענען אויפשטעלן זיין סוכה, האבן אלע געהאט פאר אים דעם זעלבן ענטפער: “הער זיך איין, ר’ איד. מיר האבן דיר ליב, מיר וואלטן דיר גערן געגעבן האלץ, אבער מיר קענען ליידער נישט. מיר האבן א פאמיליע צו שפייזן און מיר ווילן נישט פארלירן אונזער פרנסה ביי דעם גביר”.
א נאכט פאר סוכות, איז דער חסיד געווען אינגאנצן צעבראכן, ער האט זיך שוין כמעט מייאש געווען פון האבן א סוכה אויף יום טוב. קיין געלט האט ער נישט פארמאגט כדי צו קויפן האלץ, אין שטאט האט אים קיינער נישט געוואלט געבן אפילו א ברעטל. טא וואס זשע טוט מען אין אזא מין מצב?
ביז דער חסיד האט זיך געכאפט אויף א געוואלדיקער המצאה: ער וועט גיין אויפן בית-הקברות...
אויפן בית הקברות
דער סדר אין יענע צייטן איז געווען, אז פאר די ארעמעלייט וועלכע האבן נישט געהאט די געלט כדי צו באצאלן פאר א שטיינערנער מצבה, לאחרי מאה ועשרים, האט קהל געהאט אוועקלייגט אויף דעם בית הקברות פארטיקע שטיקלעך האלץ, אויף וועלכע עס זענען געווען אויסגעקריצט די ווערטער “פה נטמן”. ווען א קבצן פלעגט, לא עלינו, שטארבן, פלעגט מען אויסקריצן זיין נאמען אויפן ברעט, און עס אריינשטעקן אויף זיין קבר, אנשטאט א מצבה.
נו, טראכט דער חסיד, וויפל קבצנים וועלן שוין שטארבן אום סוכות? וויפל מענטשן וועלן שוין דארפן אנקומען צו די הילצערנע מצבות? לאמיר נעמען עטלעכע שטיקלעך האלץ פאר זיך כדי אויפצושטעלן א סוכה.
אין דעם בית הקברות זענען געווען אנגעגרייט עטלעכע הונדערט שטיקלעך האלץ און דער חסיד האט גענומען די מערסטע פון זיי, אזוי אז דווקא דעם יאר האט ער אויפגעשטעלט די גרעסטע סוכה וואס ער האט אַמאָל געהאט!
עס קומט די נאכט פון סוכות, דער מתנגד גייט אריין אין זיין סוכה א צעפרידענער פון זיין נצחון... ער רייבט זיינע הענט מיט שמחה פון דעם וואס ער איז ענדלעך פטור געווארן פון דעם “חסידישן באוואוסטזיין”... ער זעצט זיך צו אין זיין גבירישער סוכה. אבער פלוצים, הערט ער ווידער אמאל דעם פריילעכן און לעבעדיקן קול פון זיין חסידישן שכן. ער גיט א קוק איבער דער גאס... און אוי! א בראך, דער חסיד זיצט אין א ריזיקער סוכה, ארומגערינגלט מיט זיין גאנצער משפחה, זיי זינגען און טאנצן מיט א מורא’דיקן ברען און געשמאק, אזוי ווי יעדן יאר.
אזא טרויעריקע סעודת יום טוב האט דער מתנגד נאך קיינמאל נישט געהאט.
די ערשטע נאכט האט ער זיך נאך איינגעהאלטן. אבער די צווייטע נאכט פון סוכות האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, ער איז אריינגעלאפן אין דער סוכה פונעם חסיד, זיין פנים האט געברענט פון כעס, ער האט אויסגעקוקט ממש ווי אן “עגלה ערופה” צי א “שור הנסקל”. ער האט אנגעהויבן שרייען: “פון וואנעט האסטו באקומען האלץ, דו פינצטערער ארעמאן”? “וועלכער מנוול האט דיר געשאנקען אזוי פיל ברעטער צו בויען דיין סוכה”?
די באגעגעניש
דער חסיד איז געווען א קלוגער איד. ער האט באטראכט דעם מתנגד רואיקערהייט, און מיט א שמייכל אויף זיין פנים, האט ער געזאגט צו דעם גביר: “הער זיך צו, טייערער שכן! ערשטנס, א גוטן יום טוב דיר. צווייטנס, זעץ זיך צו, און איך וועל דיר אלץ אויפקלערן.
“היות אז דו האסט ארויסגעגעבן א גזירה צו אלע אידן פון אונזער שטעטל, אז זיי זאלן נישט שענקן מיר היי יאר קיין האלץ, האב איך נישט געהאט וואס צו טאן. א שטענדיקע, רעגולערע ארבעט האב איך דאך נישט און בויען א סוכה האב איך דאך נישט געקענט, מילא איז מיר איבערגעבליבן א סך ליידיקע צייט.
“וואס טוט זשע א איד אז ער האט ליידיקע צייט? ער נעמט א שפאציר. ובכן, די נאכט פאר סוכות האב איך זיך שפאצירט אין גאס. פלוצים באגעגען איך אן אלטן גוטן פריינט, נישט קיין אנדערער ווי דער מלאך המוות בכבודו ובעצמו, וועלכער דרייט זיך אויך ארום אין גאס.
“פרעג איך ביי דעם מלאך המוות, וואס דרייסטו זיך עפעס אזוי אין גאס ערב סוכות? וואס האסטו עפעס באשלאסן נעמען א שפאציר אין אונזער שטעטל? ענטפערט ער מיר, אז ער איז געקומען הרגענען פלוני בן פלוני, אט דעם באוואוסטן גביר, וועלכער לעבט קעגן איבער מיר...
א שאד דיין ענערגיע און דיין צייט”, זאג איך צו דעם מלאך המוות. “דער גביר איז שוין פון לאנג א מת. ער פארמאגט נעבעך נישט קיין טראפן שמחה און לעבעדיקייט אין זיין לעבן, טאג און נאכט איז ער אין כעס. ער איז שוין לאנג געשטארבן, א שאד די צייט און די כוחות צו גיין הרגענען אים נאכאמאל”, זאג איך צו דעם מלאך המוות.
דער מלאך המוות האט מיר געדאנקט פאר דער “עצה טובה” וואס איך האב אים געגעבן און אלס דאנקבארקייט האט ער מיר געגעבן א מתנה: אלע ברעטער פון דעם בית הקברות, כדי אז איך זאל קענען אויפשטעלן מיין סוכה. דער חסיד האט געוויזן דעם מתנגד די ווענט פון זיין סוכה, אנצייגנדיק אויף די ווערטער “פ”נ”, וואס זענען געווען אויסגעקריצט אויף די ברעטער פון דער גאנצער סוכה.
דער צוזאמענברוך
איצט האט דער מתנגד זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן. עס איז שוין געווען א מעשה פון יארן לאנג וואס ער האט דערשטיקט זיינע אינערלעכע מענטשלעכע געפילן און עמאציעס און האט אונטערדריקט זיין גייסטיקע נשמה. איצט האט עס אים ענדלעך צעבראכן. ער איז אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין, און האט אנגעהויבן כליפען ווי א קליין קינד. “איך פארשטיי טאקע נישט, ווי קומט עס אז איך פארמאג אלץ און טראץ דעם באזיץ איך נישט אין מיין לעבן אפילו א טראפן פון שמחה און פייערלעכקייט. דו, אין קאנטראסט, האסט גארנישט, ממש גארנישט, טא פון וואנעט נעמסטו די אלע קוואלן שמחה? פון וואנעט, רבונו של עולם”?!
דער חסיד האט אים געענטפערט: “אויף דעם דארפסטו האבן א רבי’ן. פאר זשע קיין קארלין, צו מיין רבי’ן”.
דער דאזיקער מתנגד, אזוי דערציילט מען, איז געווארן איינער פון די גרעסטע חסידים פון רבי אהרן קארלינער, דער אייניקל פון רבי אהרן הגדול.